האלטענדיג אינמיטן פון א צווייטע כוואליע פון פרישע קאראנעווירוס פעלער אין היימישע געגנטער, האט די ניו יארק סיטי העלט-דעפארטמענט אנגעהויבן די וואך צו מאכן עמורדזשענסי אינספעקציעס אין היימישע חדרים, שולעס און בתי מדרשים, און געווארנט אז זיי וועלן אינפארסירן נאך א מאסיווע לאַקדאַון אין "די אידישע געגנטער".
מעיאר דעבלאזיא האט געהייסן די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט און די שעריף צו אינפארסירן די קאראנעווירוס גיידליינס אין די היימישע געגנטער ספעציעל אין ברוקלין און קווינס ווי די עולם פאלגט ממש נישט אויס די געזעצן, און מען פירט דורך גרויסע פארזאמלונגען און מען טראגט נישט קיין מאסקעס. אבער וויאזוי די ניו יארק טיימס (וועלכע האט אויסגעפרעגט עטליכע אידישע עסקנים) זאגט, ווילן נישט די אידן פאלגן די רעגולציעס צוליב האסע אקעגן דעבלאזיאו און ווי אויך צוליב וואס די אידן זענען שטארקע שטיצער פון פרעזידענט טראמפ וועלכע האט פיל מאל אוועקגעמאכט די עסק פון טראגן מאסקעס און בכלל די גאנצע קאראנעווירוס סיטואציע.
די נייעס קומט בלויז טעג בעפאר יום כיפור און עס איז נישט קלאר אויב די נייע קרעק-דאַון פון דעבלאזיא וועט שאטן אז אידן זאלן געשטערט ווערן פון קענען גיין דאווענען אין שוהל אום יום הקדוש.
הוסף רשומת תגובה