פרעזידענט טראמפ זאגט, אז אמעריקע האלט גאר נאנט מיט אלעס וואס עס שפּילט זיך אפּ אין בעלארוס. טראמפּ'ס קאמענטארן זענען געקומען נאכדעם וואס די רוסישע רעגירונג האט געזאגט פאר'ן בעלארוס פירער לוקאשענקא אז זיי זענען גרייט צוצושטעלן מיליטערישע הילף צו אונטערדרוקן די פּראטעסטירער. די טראמפּ אדמיניסטראציע זאגט אז אמעריקע האלט א נאנט אויג, און פארדאמט סיי וועלכע פארלעצונגען פון די בעלארוס בירגער צו פּראטעסטירן פרידליך און פארלאנגען דעמאקראטישע וואלן.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה