לאנדאן – די בריטישע אויטאריטעטן האבן נעכטן דערקלערט קלאר און דייטליך, אז די שטעכעריי אטאקע וואס האט פּאסירט שבת אין דער שטאט ריעדינג, איז געווען א טעראר אטאקע. דריי מענטשן זענען אומגעקומען אין דער שטעכעריי אטאקע ביי אן ארטיגע פּארק, און דער שטעכער איז באלד ארעסטירט געווארן דורך די פּאליציי. ער איז נעכטן אידענטיפיצירט געווארן דורך די אויטאריטעטן אלס דער 25 יעריגער קאירי סאדאלא, וועלכער איז אריגינעל פון ליביע און די בריטישע שפּיאנאזש באאמטע האבן שוין געהאלטן אן אויג אויף אים.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל