מאסקווע – דער רוסישער פּרעזידענט ווילאדימיר פּוטין האט נעכטן געזאגט, אז ער באטראכט ערנסט די מעגליכקייט פון לויפן פאר נאך א טערמין צום אמט, אויב די רוסישע וויילער וועלן באשטעטיגן די טוישונגען צו דער קאנסטיטוציע וואס וועט אים ערלויבן דאס צו טאן. רוסלאנד וועט דורכפירן א נאציאנאלן רעפערענדום אנגעהויבן פון יוני 25 און געענדיגט אום יולי 1, וואו די וויילער וועלן שטימען אויף א סעריע קאנסטיטוציע טוישונגען, וואס וועלן בעיקר אויסברייטערן און פארלענגערן פּוטין'ס מאכט און אויטאריטעט.
הוסף רשומת תגובה