וויליאמסבורג - א מעגליכע מאסיווע סקאנדאל טוט זיך אין די אידישע וועלט; "טוט די ען-וויי-פי-די נאר לייגן דרוק אויף אידן, טוען זיי נאר ארעסטירן אידן?"

א ווידעא וועלכע איז געגאנגען שטארק וויירעל איבער סאָשעל מידיא, ווי גוים זיצן און פארברענגען אין די דאמינאָו פארק, וועלכע איז אינדרויסן פון וויליאמסבורג, האט אויפגעהויבן אסאך אויגן-ברעמען.


אין די ווידעא זעהט מען ווי צענדליגע גוים, עטליכע אליין, עטליכע אין גרופעס זיצן און פארברענגען אין א פארק ווי א געווענטליכע טאג אין 2019, טייל האבן אפילו נישט קיין מאסקעס. כאטש די שווערע רעגולאציעס פון די ניו יארק סטעיט איבער גרויסע פארזאמלונגען און מעיאר דעבלאזיאו'ס געבעט אז מען זאל אריינרופן ווער עס זעהט איינעם מאכן א פארזאמלונג.

די ווידעא האט אויך געמאכט א רעש אין די גרויסע מידיא פירמעס, און ווי "די פאוסט" שרייבט, האט די ען-וויי-פי-די אנגעקומען שפעטער צום סצענע און בלויז געבעטן די פארזאמלטע אנצוטאן מאסקעס, זאגענדיג "אונז ווילן עכט נישט דארפן זיין איצטער דא, טוט ביטע אן מאסקעס ווייל דעבלאזיאו האט אויפגעשטעלט א האטליין צו מסר'ן ווער עס פאלגט נישט. די גוים האבן ניטאמאל אויסגעפאלגט די געבעט, און די פאליציי האט פארלאזט דעם פארק".

ביי די אידישע וועלט, האט דאס געמאכט א באזונדערע שטארקע רעש, נאך פילע ווידעאס אין די לעצטע וואכן ווי די פאליציי צושטערן לויות, ארעסטירן אידן (ליינט דא), מיט'ן טענה אז "זיי פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס", און ווען צענדליגע ערלים ליגן אויסגעשפרייט אויף דער ערד, ווילענדיג מאכן זייער פנים אביסל טונקעלער, דאס איז נישט קיין פראבלעם? דארט איז נישט פארהאן קיינע שטראפן? דארט ארעסטירט מען נישט? איז דאס אנטיסעמיטיזם?


ען-וויי-פי-די פרובירט אפצושטעלן א לויה אין בארא פארק


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל