אקדמות, צום ערשט בעפאר איך הייב אן צו שרייבן מיין בריוו/אנאליז, וויל איך באדאנקן די "אידישע נייעס" וועבזייטל פירער, פאר'ן צושטעלן א פלאטפארמע מיט פילע אינטערסאנטע ארטיקלען און ווידעאס, זייענדיג די איינציגסטע אידישע וועבזייטל, וועלכע איז כסדר אפדעיטעד מיט נייעס און מידיא וואס די ציבור וויל הערן.

איך בין א וויליאמסבורג'ע אינגערמאן, איך האב געהאט קינדער אין די מוסדות (ביז די קאראנע), און ממילא מוז איך האלטן געוויסע אינפארמאציע געהיים. איך גיי זיך באציען צו תושבי וויליאמסבורג, כאטש וואס עס איז מעגליך, אז דאס קומט אויך פאר אין אנדערע אידישע געגנטער, בין איך אבער נישט באקאנט, און איך וועל נאר רעדן וואס איך האלט מיט, מיט מיינע אייגענע פליישיגע אויגן.

איך וועל נאכאמאל אנהייבן מיט די קעפל פונעם ארטיקל, "תושבי וויליאמסבורג, וויאזוי האט דאס פאסירט צו אונז?!?". וויליאמסבורג איז אלע יארן געווען די וועג-ווייזער פאר'ן היימישע עולם אין ניו יארק מיט כל מיני גוטע זאכן, און מיר טראגן א גרויסע אחריות אויף אלעס וואס עס קומט אלס פאר אין אונזער ירושלים ד'אמעריקע.

זינט די ווירוס האט זיך אנגעהויבן, האב איך מיט מיינע בני בית פרובירט דאס מערסטע אויסצופאלגן די רעגירונג'ס רעגולאציעס, מיר זענען פארבליבן איינגעשפארט אינדערהיים פאר עטליכע טעג אין א ציה, אהן וואס די ריגל פון מיין טיר זאל בכלל ווערן צוגערירט. אבער צוליב עטליכע פאמיליע-פארבינדעטע זאכן, האב איך צוויי מאל דורכאויס שביעי של פסח געמוזט אריבער גיין פון איין זייט וויליאמסבורג צום צווייטן.

רציחה איז נישט דאס ווארט! יעדע בלאָק האט כאטש איין מנין. קיין איינס האב איך נישט געזען אז עס זאל האבן עפעס מיט סאשעל-דיסטענסינג, נישט קיין 3 פיס, נישט קיין 6 פיס און זיכער נישט קיין 10 פיס. פון יעדע צווייטע בית המדרש קען מען זעהן מענטשן מיט נאסע פיאות, גראד פון מקוה ארויס, בליקן ארויס פונעם הויפט אריינגאנג, צו מאכן זיכער אז קיין פאליציי איז נישט אין די געגנט. און מיינט נישט אז איך רעדט דא פון עטליכע בחורים (מיר ווייסן שוין ליידער היינט, אז עס איז פארהאן טויטע פון יעדע יארגאנג), איך רעדט דא פון עלטערע אידן מיט גרויסע לאנגע ווייסע בערד, און ווען מען רעדט צו זיי, און מען האלט זיי פאר, קומט די ענטפער אדער מיט א שמייכל, אדער גיבן זיי א דריי מיט די בארד, און זאגן מיט א גאוה'דיגע שטימע "איך האב שוין 30 יאר נאכנישט פארפאסט קיין מנין" "איך האב נאכנישט פארפאסט אין די לעצטע 25 יאר א טאג אהן מקוה".

וואס איז דאס מיט אונז! עס איז ממש ווי מיר האבן א נייע גלויבן וועלכע רופט זיך "נישט געדאווענט אן מנין 30 יאר" וועלכע האט א שוועסטער-גלויבן מיט'ן נאמען "נאכנישט פארפאסט א טאג אן א מקוה", און וואס טוט מען פאר'ן גלויבן? מען גיבט אויף קינדער, עלטערן, גרעסערע מחמירים גיבן אפילו פעטער'ס און מומעס! ממש ווי אוב און ידעוני!!!

מאסקעס! די גאנצע מאסקעס סיטואציע איז געווארן א טייל פון די אויפגעקלערטע וויליאמסבורג שמוץ, און עס פאסט נישט פאר די אלגעמיינע ציבור צו גיין מיט קיין מאסק, נישט קינדער, נישט עלטערע, נישט אלטע, נישט מענער, נישט פרויען.

נאך עטליכע פאליצייאישע באזוכן, האט די גרויסע טשעסנאט גראסעריי גענומען שריט און געשטעלט אן אינגערמאן ביי די טיר און פארטיילט - פריי פון אפצאל - מאסקעס, איר קענט נישט אריינקומען אינעם גראסערי אהן קיין מאסק. מי כעמך ישראל! (וועלכע האלט גראדע נאר אן פאר עטליכע שטונדען ביז די קומענדיגע פאליצייאישע באזוך.) אבער פאר די וויליאמסבורג'ע פאסט עס נאכאלץ נישט! האלב קונדן קומען אריין אינעם גראסעריי און באהאלטן גראד די מאסק טיף אינעם ביזעם-טאש, ווי כאילו עס איז גרויסע בושות, מען וועט דאך נישט קענען קיין שידוך טאן מיט די קינדער...! אין דאן איז פארהאן א טייל וועלכע נעמען די מאסק און שטופן עס אונטער די בארד, אז עס העלפט אן אפותיקי.

די גאסן קוקן אויס ווי אין 2019! קינדער שפילן זיך אויף די גאסן, עלטערע שפאצירן געמיטלעך, מקוואות זענען אפן, שוהל'ן זענען אפן. פארוואס קענען מיר נישט נעמען עטליכע מינוט, ארויפגיין אויף יו-טוב, און זעהן וואס די שטערבליכע ווירוס טוט צום מענטשהייט, און ווייזן פאר אונזער ארומיגע. און צו אייך חשוב'ע ליינער וועלכע זענען אויף מיין זייט, די תירוץ איז נישט אז נאר חברה וועלכע האבן נישט קיין סמארטפאון טוען די סארט רציחה'דיגע אקטן; עס איז מענטשן וועלכע זיצן מיט אייך אויף א וואטסעפפ גרופע, א טעלעגראם גרופע, אייער פריינט!

איזהו חכם... זייט נישט קיין נער! יעדער וועלכע האט שוין פארלוירן א נאנטע, און דאס איז ליידער א גרויסע צאל אידן, האט געטוישט זייער מיינונג. ווארט נישט ביז איר דארפט זיצן שבעה!

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם! דאס איז נישט קיין מנהג און נישט קיין רבנן. דאס איז די שטאפל נאך די דריי יהרג ואל יעבור איסורים. מקוה, איז א מנהג. מנין, איז א רבנן. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז פון די שטארקסטע "אידישע יסודות", מען עסט אום יום הקדוש דערפאר, אבער א מנהג, א מנין און א דינסטאג נאכמיטאג, דאס האט שוין מיט די נייע "נאכנישט געדאווענט אן מנין פאר 30 יאר" גלויבן!

זייט נישט קיין נער, און הרג'ע נישט דיין פריינט!


1 תגובות

  1. ווען ר' שמעון בן יוחאי האט זיך אויסגעדריקט שלעכט אקעגן די גאווערמענט איז געגאנגן יהודה בן גרים און איבערפארציילט, ונשמעו הדברים למלכות, זאגט רש"י אז ער האט עס נישט פארציילט פאר די גוישע רעגירונג נאר ער האט עס פארציילט פאר זיינע נאנטע פאר זיין משפחה אבער ס'איז אנגעקומען צו די נישט ריכטיגע אויערן.
    די סוף ווייסט יעדער - ר' שמעון בן יוחאי לעבן איז אין א סכנה, ער באהאלט זיך פאר דרייצן יאר אין א מערה.
    ווען ער קומט ארויס באגעגענט ער ר' יהודה בן גרים און ער רופט זיך "דער לעבט נאך" נתן בו עיניו ונעשה גל של עצמות.
    געוואלד וואס האט ער שוין געטון? ער האט נישט גע'מסר'ט ח"ו. סך הכל פארציילט פאר זיין משפחה.


    איך גיי נישט אריין אין די גאנצע שמועס צו מ'מעג מאכן מנינים אדער נישט, קען זיין אז נישט, איך ווייס נישט.
    אבער די אלע וואס האבן געמאכט קליפס אז מ'זאל נישט מאכן מנינים, געבעטן אויף די קליפס אז מ'זאל נישט מאכן א חילול השם, און ס'איז אנגעקומען צו די מידיא, צו די רעגירונג, צו די שונאי ישראל, זאלן גוט איבערלערנען די מעשה פון ר' יהודה בן גרים.
    (האבן זיי געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די אלגעמיינע גאס?)
    זיי האבן געזאגט אז היסטארי וועט דזשאדזשען אז זיי זענען גערעכט. נו לאמיר זען..
    ס'איז קלאר אז געוויסע שפיטעלער האבן זיך נישט אפגעגעבן מיט היימישע פאציענטן ווי ס'דארף צו זיין און נאך סאך ערגערס פון דעם מיט די טענה אז "די אידן פארשפרייטן די וויירוס" די אידן פאלגן נישט די רולס.
    אפשר זאגסטו מיר פון ווי די אינדיאנע נורס אין האספיטאל ווייסט אז די אידן האבן א פארשטופטע מנין אין זייער בעיסמענט???
    נאר זיי האבן געזעהן די קליפס... יהודה בן גרים פארציילט נאר פאר זיינע נאנטע אבער ס'איז אנגעקומען צו די רעגירונג און אריינגעלייגט אידישע לעבנס אין א סכנה.
    יא היסטארי דזשאדזשט אז אידישע לעבנס זענען הפקר...
    פליז קומטס נישט שרייען אז די מנינים מאכערס און חתונה טאנצערס און לוויה קלאגערס זענען אליין שולדיג ווייל אויב אזוי איז ר' שמעון בן יוחאי אויך זיך אליין שולדיג, ווער האט איהם געבעטן צו מורד זיין במלכות.
    שולדיג איז געווען ר' יהודה בן גרים וואס האט עס געוואשן ברבים.
    נאכאמאל און נאכאמאל די שמועס איז נישט וועגן פאלגן. נישט וועגן רבנים, נישט וועגן מנין, נישט וועגן דינא דמלכותא,
    זיי מער פארזיכטיג בעתיד.

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל