די חסידי'שע וועלט האט ווידער באוויזן צו זיין אין די פאדערשטע זייטן פון די (ארץ ישראל'דיגע) צייטונגען, נאך וואס צענדליגע רבי'ס זענען אנגעגאנגען מיט זייערע מנינים און טישן אום פסח, טראץ די שטרענגע רעגולאציעס וועלכע איז געווארן ארויסגעגעבן דורך די מדינת ישראל רעגירונג ערב פסח.

אדמו"ר מ'בעלזא, איז איבערהויפט שטארק דערמאנט געווארן אין די פאלגענדע ארטיקלען, פאר'ן מאכן א מנין די ערשטע און לעצטע טאג פסח, זייענדיג פון די גרעסטע רבנים אין ארץ ישראל.

די באריכטן וועלכע איז צו ערשט געווארן אפגעלייקענט דורך עטליכע בעלזא חסידים. איז אבער שפעטער באשטעטיגט געווארן צו די "אידישע נייעס וועבזייטל" דורך עטליכע אנדערע חסידים. ווי איין חסיד זאגט, האט די בעלזא רבי געהאט א קליינע מנין, אבער די טירן פונעם בית המדרש איז געווען פארשפארט און נאר עטליכע זענען אריינגעלאזט געווארן, דורך א ספעציעלע גבאי וועלכע איז געשטעלט געווארן דורך די רבי. דער בעלזא רבי האט געזאגט פאר זיינע חסידים "אז מען זאל אנגיין אלעס ווי נארמאל, אבער מען זאל נישט שטיין גענוג ווייט איינער פונעם צווייטן, אזוי וועט די אינפעקציע זיך נישט פארשפרייטן".

תולדות אברהם יצחק, האט אויך געמאכט די העדליינס, ווען זי האט אפגעהאלטן אום שביעי של פסח א מאסיווע "שירת הים" ביי חצות הלילה אין מאה שערים מיט הונדערטער באטייליגטע, נישט אויספאלגענדיג קיין שום רעגולאציעס.

ווי אויך איז געהערט געווארן איבער פינסק-קארלין, הר"ר חיים קנייבסקי, הר"ר ברוך דוב פאווערסקי (פאנאוויזש) און אנדערע רבנים, וועלכע האבן געהאט טעגליכע מנינים אין זייערע היימען.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל