עסקנים זאגן אז זיי האבן געבראכן א סטעיט רעקארד מיט׳ן ברענגען חתימות פון איבער 135 טויזנט עלטערן וועלכע האבן קינדער אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק אין וועלכע זיי דרוקן אויס קעגנערשאפט צו די פרישע רעגולאציעס פון דעם סטעיט עדיוקעישן קאמישאנער וועלכע פארלאנגען ׳עקוויוועלענסי׳ -- דאס הייסט אז מוסדות התורה זאלן צושטעלן די זעלבע מאס סעקולארע לימודים ווי די אלגעמיינע מוסדות. די רוב איז געקומען פון עלטערן פון מוסדות התורה, אבער אויך טויזנטער עלטערן פון פריוואטע שולעס פון אנדערע רעליגיעס להבדיל האבן זיך צוגעשטעלט צום קאמפיין.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל