אן אימיגראנט פון סאמאליע וואס האט זיך אריינגעזעצט אין זיין אובער האט נישט געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעען, ביים רעדל פונעם קאר האט ער דערקענט איינער וואס איז טרויעריג בארימט אלס מאסן מערדער און מלחמה פארברעכער. נעמליך, יוסעף אבדו-עלי וועלכער איז געווען א בארימטער מערדערישער מיליטערישער קאמאנדיר אין די צווילע קריג פון סאמאליע אין די 1980ער יארן און איז געווען באקאנט מיט׳ן צונאמען ״קאלאנעל טוקעי״.  דאס האט געברענגט א שטורעם צווישן סאמאליער אימיגראנטן וועלכע פארציילן האר אויפשטעלנדע געשיכטע איבער זיינע בארבארישע טאקטיקן אין די אכציגער יארן, און וויאזוי ער האט געפייניגט מענער פרויען און קינדער. די אויפברויז האט געברענגט דערצו אז אובער האט אים באזייטיגט אלס דרייווער, און א גרופע סאמאליע אימגיראנטן האבן אריינגעגעבן קרימינאלע קלאגעס קעגן אים אין א פעדעראלער געריכט אין ווירדשיניע איבער זיין בלוטיגע ראלע אינעם ציווילן קריג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל