די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת אמור תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת אמור תשע"ט

רבי שמעון וועט זיין ביי מיר ל"ג בעומר“: ערב ל"ג בעומר שילדערט הגאון החסיד רבי אלימלך מיללער די נבואה'דיגע רייד בקודש פנימה פון רבו הגה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל און ווי ער איז ווירקליך געהאלפן געווארן יארן שפעטער מיט א דרייפאכיגער ישועה

את אחי אנוכי מבקש: א פארש ארבעט צום יארצייט פון הרב יודא צבי שטיינער ז"ל וואס געפאלט דעם היינטיגן פרייטאג י״ב אייר הבעל״ט, ברודער פון הרה"ק מופת הדור רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, מנוחתו כבוד אין סטעטן איילאנד, ניו יארק

בדידי הוה עובדא: א קורצע צייט איידער די פטירה פון דעם זקן ובא בימים האבן מיר זוכה געווען אריינצוכאפן אן אינטערוויו מיט איינע פון די לעצט-פארבליבענע ״לובלינער תלמידים״, הרה״ח ר' מאיר יחיאל שפירא ז"ל מתלמידי ישיבת חכמי לובלין וועלכער איז נפטר געווארן מיט געציילטע וואכן צוריק אין טיפן עלטער פון 102 יאר

א נייע עפּאכע: ספעציעלע דעקונג פון 13 שטונדיגן ״ויחנו ויסעו״ עקספאו אין וויליאמסבורג

קבר שמעון הצדיק: ווי דער עולם פלאנירט די ל"ג בעומר נסיעה קיין מירון און אנדערע קברי צדיקים אין ארץ ישראל, הערן מיר א פארש-ארבעט פון הר"ר יואל מייזעלס, ארויסגעבער פון ספר קברי רבותינו, איבער דער קראנטקייט פון קברי צדיקים, ובפרט קבר שמעון הצדיק, וואו טייל אידן פלעגן אהינקומען ל"ג בעומר אנשטאט מירון

האט איר געזען א קול קורא וועגן חיזוק אין אמונה? --- מאנטריאלער עסקן: די פטירה פון הילד רפאל גאלדבערג ע"ה --- הרב שלום יעקב וואזנער: הילף פאר יונגע קינדער --- מנשה רייך: חסדי השם אין סקולען ביים קידוש שבת צופרי נאך דער פייער אין סקולענער בית המדרש --- אהרן שטערן: נאטיצן פון מיין נסיעה קיין קערעסטיר בתוך רבבות אלפי ישראל על ציון המצויינת של הרה״ק רבי ישעי׳לע מקערעסטיר זי״ע --- סודות פון רבי טובי׳ מאיר: חסד פאר'ן נגיד --- הרב שבתי פריעד: די שענסטע וואויסמעיל איר האט אמאל געהערט! --- ל. ראוז: שפאניע אמעריקאנער קריג --- און נאך!

נייע וועכנטליכע קאלום: אבזערוואציעס פון יוסי געשטעטנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל