וועטער עקספערטן האבן היינט ארויסגעלייגט זייער שאצונג פאר׳ן קומענדיגן זומער, זאגנדיג אז עס וועט זיין הייסער ווי ביז יעצט, און מעגליך ברעכן א רעקארד אלס דער ווארימסטער זומער. זיי זאגן אז מען וועט זען פיל מער טעג מיט טעמפעראטורן פון איבער ניינציג גראד, דאס קומט נאכדעם וואס דער לעצטער זומער האט שוין אויך געבראכן א רעקארד מיט 15 טעג וואס די היצן זענען געווען איבער ניינציג. היבש מער ווי דער נארמאלער ראטע פון ארום ניין אזעלכע טעג יעדע זומער אין ניו יארק.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל