פרעזידענט טראמפ האט דורכאויס א באזוך אין יאפאן ווידער אויסגעלויבט קים יאנג-אָן און אוועקגעמאכט די לעצטערע מיסיל פראבעס, זאגנדיג אז עס פארלעצט נישט די אינטערנאציאנעל געזעץ, טראץ וואס מיטגלידער פון זיין אייגענע אדמיניסטראציע זאגן פארקערט, און אזוי אויך זיין גאסטגעבער דער פרעמיער מיניסטער פון יאפאן. און האט גלייכצייטיג איינגעשטימט מיט׳ן דיקטאטור פון נארט קארעא אויף שפעט ווערטער וואס ער האט גענוצט קעגן דעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט דשאו ביידען.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער דיקטאטור האט אראפגעריסן ביידען אלס אן אידיאט און נאך אזעלכע לויב-ווערטער צוליב דעם וואס ביידען האט אים אנגערופן א מערדערישער דיקטאטור. ווען טראמפ איז געפרעגט געווארן דורך רעפארטער אויב ער גלייכט דעם דיקטאטור פון נארט קארעא מער פון ביידען האט ער איינגעשטימט זאגנדיג אז ביידען איז א קאטעסטראפע פאר אמעריקע.

די ווערטער פון טראמפ איז אויפגענומען געווארן מיט שאק אויך צווישן זיינע אייגענע שטיצער, אז ער טוט ווידער אפן אקצעפטירן אטאקעס פון פיינטליכע דיקטאטורן קעגן זיין פאליטישע קעגנער, און גלייכצייטיג גייט ער קעגן די מיינונג פון זיין אייגענע ראטגעבער און אמעריקאנער באאמטע צוליב זיין פערזענליכע פריינטשאפט מיט קים יאנג-אָן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל