א פעדעראלער ריכטער האט דעם פרייטאג געאורטיילט קעגן דעם נאציאנאלע עמערדזשענסי וואס טראמפ האט דערקלערט אויף צו נוצן מיליטערישע געלטער פאר׳ן בויען זיין גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא. דער אורטייל קומט נאכדעם וואס קאליפארניע און נאך 19 שטאטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע דערקעגן, און אזוי אויך א פאראיין פון פארמער און איינוואוינער וואס וואוינען ארום דעם שטח ווי עס ווערן אנגעגרייט דאס אויפבוי פון צוויי וויכטיגע פאזעס פונעם גרעניץ וואנט לענגאויס ארום 50 מייל אויפ׳ן גרעניץ.

דער ריכטער האט ארויפגעשטעלט א באלדיגע בלאקירונג אויף די ארבעט זאגנדיג אז די אנקלעגער וועלן ווארשיינליך געווינען דעם קעיס וויבאלד אזעלכע זאכן זענען אויסשליסליך אונטער די אויטאריטעט פון קאנגרעס און נישט דער פרעזידענט. דער פרעזידענט האט שארף אראפגעריסן דעם ריכטער, אנווייזנדיג אז ער איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא און אים אנגערופן ״א דעמאקראטישער אקטיוויסט״ און געזאגט אז ער וועט זאפארט אפעלירן דעם אורטייל.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל