איראן אטאקירט אויל טראנספארטן אינעם פערסישן גאלף - אמעריקאנער שיפן שטייען גרייט אינעם ראיאן אין פאל פון אטאקע - פאמפעאו רופט אפ באזוך קיין מאסקווע און פליט קיין אייראפע

די סיטואציע צווישן איראן און אמעריקע האט זיך צופלאקערט נאכדעם וואס  סאודי אראביע האט געמאלדן אז צוויי פון אירע אויל טאנקער שיפן זענען אטאקירט געווארן אין אן אטאקע וואס זי באצייכנט אלס געפאר אויף די גלאבאלע אויל טראנספער אינדוסטריע.

זי האט נישט אנגעגעבן קיין פונקטליכע דעטאלן איבער די שאדן וואס דאס האט געברענגט פאר די שיפן אבער בילדער צייגן אז טיילן פון די אויסערליכע וואנט פון די שיפן זענען געשעדיגט געווארן.

ענליכע שאדן איז אויך אנגעמאכט געווארן פאר א טאנקער שיף פון די אראבישע עמיראטן און פון א נארוועגישע פירמע, אלע אינצידענטן זענען פארגעקומען ביים פודזשעירא פארט אינעם פערסישן גאלף און צייגט אויף א פארצווייגטע און קאארדינירטע פארזוך צו שטערן דעם פרייען טראנספאר פון אויל, א זאך וואס קען שעדיגן די גלאבאלע עקאנאמיע.

די פארדאכט איז אז איראן שטייט אונטער דעם אטאקע, נאכדעם וואס זי האט געווארנט אז זי וועט שטערן דעם אויל טראנספאר אינעם הארמאז וואסער וועג אינעם פערסישן גאלף אויב זי ווערט געצילט דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

אין ליכט פון די אנטוויקלונגען האט דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו אפגערופן א געפלאנטע באזוך קיין מאסקווע און אפגעפלויגן היינט קיין בריסעל זיך צו באטייליגן אין א זיצונג מיט אייראפעאישע פירער צו דיסקוטירן ווייטערדיגע שריט.

פאר׳ן אפפארן קיין אייראפע האט פאמפעאו געזאגט אז דער ציל פונעם באזוך איז צו מיטטיילן מיט די אייראפעאישע פירער וויכטיגע אינפארמאציע איבער איראנער אקטיוויטעטן אינעם ראיאן און זיי געבן א ערשטהאנטיגע שפיאנאזש באריכט איבער די אנטוויקלונגען.

דער בריטישער אויסערן מיניסטער דשערעמי האנט האט אין ליכט פון די אנטוויקלונגען ארויסגעגעבן אן אלאמירנדע רוף פאר ביידע זייטן צו נעמען שריט צו בארואיגן די געמיטער, זאגנדיג אז א קריג קען אויסברעכן אומגעפלאנט און שאפן שווערע קאנסעקווענצן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל