א שרעליכע כאאס האט זיך אפגעשפילט נעכטן אין קאראקאס, ווענעזועלע, ווען א מיליטערישער טראק איז אריינגעפארן אין א גרופע אנטי-מאדורא פראטעסטירער.
ווי מען זעהט אין די ווידעא פארט די מיליטערישע טראק ווילד אריין אין א גרופע פראטעסטירער וואס שטייען אין שיסן שטיינער אויפ'ן טראק, נאך וואס די אפאזיציע פירער כואן גואידא האט געבעטן די מיליטער צו ארויפגיין א שטאפל מיטן קאמף פון אראפווארפן מאדורא פון שטוהל. דערנאך זעהט מען ווי די פראטעסטירער ווארפן א פלאש-באמבע אויפן טראק וואס האט אורזאכט א פייער אויפ'ן אונטערשטן טייל פונעם טראק.
עס איז נישט קלאר צו עס איז דא פארוואונדעטע פון די אטאקע.
הוסף רשומת תגובה