ווענעזועלע-  כואן גואידא די אפאזיציע פירער האט היינט דערקלערט א פוטש אקעגן די מאדורא רעזשים. אין א ווידעא שטייענדיג ארומגענומען מיט שווער באוואפענטע סאלדאטען, האט גואידא אויסגעשריגן אז עס איז שוין העכסט צייט אראפ צו ווארפן מאדורא פונעם שטוהל, און ער האט געבעטן די נאציאנאלע ארמיי צו שטיין צו זיין האנט.

גואידא האט שוין באקומען אסאך שטיצע פון די טראמפ אדמינסטראציע איבער זיין קאמף קעגן מאדורא, אויך יעצט האט וויצע פרעזידענט מייק פענס געשריבן אין א מעסעדזש "מיר זענען מיט דיר!, אמעריקע וועט שטיין מיט דיר ווילאנג עס וועט זיין פרייהייט און דעמאקראטיע אין ווענעזועלע!".

עקסקפערטן אין ווענעזועלע האבן דערויף געזאגט אז די יעצטיגע פוטש איז זייער א קריטישע צייט פאר'ן לאנד, און דאס קען ברענגען סיי דעמאקראטיע, אדער וועט מאדורא ווערן גאר מער דיקטאטוריש.




גואידא'ס מיליטער ביים ארעסטירן מאדורא'ס סאלדאטן 




ביי איינע פון גואידא'ס רעדעס


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל