ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש

ווי א דינער אין די אויער הערט מען די בשורה לא טובה מיט'ן הסתלקות פונעם זקן הרבנים ובעל מסירת נפש לקדשתן של ישראל, הרה״ק רבי ישראל אברהם פורטוגאל, סקולענער רבי זצ״ל.

רבי ישראל אברהם פארטוגאל איז געבוירן געווארן י"ח סיון תרפ"ג אין די שטאט סקולען, צו זיין גרויסן טאטע רבי אליעזר זוסיא זצ"ל און זיין מאמע שיינא רחל ע"ה. ער האט געלערנט אין די וויזניצער ישיבה ביים דמשק אליעזר זצ"ל. נאכ'ן צווייטער וועלט קריג האט ער געארבעט מיט זיין טאטע צו ראטעווען פארלוירענע יתומים אין ראמעניע, און זיי זענען טאקע שפעטער אויפגעצויגען געווארן ביים טאטע'ן אין שטוב. ווען די רוסישע רדיפות זענען שווערער געווארן, זענען זיי אנלאפען - צוזאמען מיט די יתומים קיין בוקארעסט, וואו זיין טאטע איז ארעסטירט געווארן אנבאלאנגט די אגרעסיווע זיכונגען פון די פארכאפטע קינדער דורך קריסטליכע שטיף-עלטערן. ער איז אנגעגאנגען מיט די מלאכת הקודש גלייך נאכ'ן באפרייט ווערן, און איז נאכאמאל ארעסטירט געווארן און געשמאכטעט אין טורמע פאר פינף חדשים, און דער רבי זצ"ל איז אויך ארעסטירט געווארן. אום שבת נחמו תשי"ט פארנאכטס זענען זיי זענען באפרייט געווארן, אָבער זיי זענען פארבליבן אין טורמע פאַר נאָך עטליכע טעג ווייל זיי האבן נישט געוואלט מחלל שבת זיין.

אַ יאָר נאָכדעם וואס ער איז באפרייט געווארן מיט זיין פאטער פון די רומענישע טורמע, האבן זיי פארלאזט רומעניע און זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע, וואו זיין פאטער האט געוואוינט אין די קראון הייטס געגנט פון ברוקלין. דארט אין קראון הייטס האָט ער צוזאמען מיט זיין פאטער געעפנט אַ ביהמ"ד און זענען אנגעגאנגען צו ראַטעווען די אידן נאכ'ן חורבן.

ער האט איבערגענומען די פירערשאפט פון זיין טאטן ר"ח אלול תשמ"ב אלס דער צווייטער סקולענער רבי, אבער - אנדערש ווי זיין טאטע וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג - האט ער געהאט זיין דירה אין דעם דערנעבנדיגן בארא פארק, אבער וויבאלד וויליאמסבורג ווערט אנגעזעהן אלס דער צענטער פונקט פון סקולען, פלעגט ער דארטן וויילן כמעט העלפט פון די שבתים וואס ער האט געוויילט אין שטאט. צוליב זיין געזונט צושטאנד אין די עלטערע יאהרן, האט ער געוויילט א גרויסן טייל פונעם יאר אין די קאנטרי געגנט. אנהייב פלעגט ער וויילן אין ראזען'ס באנגעלא, און שפעטער האט ער אפגעקויפט אן אייגענעם שטח מיט עטליכע דירות דערויף נעבן דעם נייעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק.

ער האָט ארויסגעגעבן די ספרים פון זיין זיידע ישראל אברהם זצ"ל מיט די נאמען "שם ושארית ישראל".

דער רבי זצ"ל איז געווען פון די איינציגסטע רבנים וואס זענען געווען איבערגעבליבן פונעם אלטן דור, און דערפאר - אויסער וואס ער האט אליינס געהאט א גרויסן ציבור וואס האט אנגעהערן צו אים, זענען אויך געקומען צו אים פון אנדערע שיכטן און קרייזן פון אלע ווינקלען פונעם כלל ישראל צו האבן די זכיה צו זעהן א איד נאך פון פארגאנגענעם דור וואס האט זיך מוסר נפש געווען אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג צו היטן תורה אין אידישקייט און ערציען יתומים מיט יתומות אויפן ערליכן וועג.

ער האט איבערגעלאזט זוהנען און איידעמער וואס דינען אלס דיינים און רבנים אין זייערע קהילות.

  • הר"ר ישעיה יעקב, רב פון קהילת "מאור הגולה" אין מאנטריאל, וואס איז אן איידעם ביי הר"ר מאיר גרינוואלד, אב"ד קהילת טעטשע.
  • הרב אפרים חיים יודא, רב פון ביהמ"ד סקולען אין מאנסי, וואס איז אן איידעם ביי הר"ר משה ראזנע, רב פון קהילת פאפא אין מאנסי.
  • הרב צבי נח, רב פון ביהמ"ד סקולען אין לעיקוואוד, וואס איז אן איידעם ביי הר"ר מאיר אברהם אילאוויטש, אב"ד סאו פאולו.
  • דער איידעם הר"ר חיים דוב שטערן, רב פון קהילת סקולען אין בני ברק, בנו של הר"ר יצחק יהודה, אב"ד קהילת ביליץ אין בני ברק.
  • דער איידעם הר"ר שמעון יואל וויינבערגער, א זוהן פון הר"ר משה דוב, רב קהילת פאיע.
  • דער איידעם הר"ר דוד לייב קליגהויפט, רב פון בית המדרש סטרעליסק און ראש כולל סקולען אין בארא פארק.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה׳







באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל