קומט יעצט אריין די פרייליכע נייעס, אז נאך לאנגע יארן פון טראַפיק פראבלעמען און אנשטויסענישן און נאך לאנגע חדשים פון שטודירן די וויליאמסבורגער טראַפיק מאפע, איז מען געקומען צום החלטה אז די בעסטע מהלך וואס וועט בעזהשי"ת פירן צום ענדגילטיגער לעזונג, וועט זיין אויסצודרייען די דירעקציע פון לי עוועניו אויף פארקערט ווי ביז יעצט, דאס הייסט אז די טראַפיק זאל גיין פון פלאשינג ארויף קיין דעווישאן.

איידער מיר שמועסן אויס די צדדי ה'שטודיע און וואס עס האט געפירט די עסקנים צו דעם אויספיר, איז וויכטיג אנצוווייזן אז דער פלאן איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיוניטי בארד, דער דאקאמענט איז שוין גרייט, און מען ווארט אויף די אונטערשריפט פונעם טראספארטאציע קאמישענער, וואס וועט דאס אונטערשרייבן ווארשיינליך מארגן פארמיטאג.

יעצט צום ענין.

קודם צום צענטראלן ככר וויליאמסבורג אויף לי-וואלאבאוט. ווי באקאנט איז די לעצטערע יאהרן פארגעקומען עטליכע מיטונגען צו אדרעסירן דעם באקאנטען ״וואלאבאוט טראַפיק״ קאַטאַסטראָפע, אויפ'ן טיש זענען געווען פארשידענע פארשלאגן פון א רייע טראַפיק עקספערטן, און אפילו סתם מענטשן וואס האבן געזיכט עצות און פארגעלייגט פארשידענע פלענער, איינס פון זיי די באקאנטע פלאן אז וואלאבאוט זאל ווערן א ״איין ליניע גאס״ (one way), וואס אין דעם פלאן איז געווען א דעבאטע צו וועלכע ריכטונג וואלאבאוט זאל גיין.

אזוי אויך א צווייטע פלאן - וואס איז גראדע געווען לאו דוקא צו אדרעסירן די וואלאבאוט טראַפיק - איז געווען אז פלאשינג זאל ווערן א איין ליניע גאס. לויט יענע פלאן וואלט פלאשינג געגאנגען פון טרופ עוועניו ביז אראפ קיין וויליאמסבורג סטריט וועסט, און לויט יענע פלאן וואלט וואלאבאוט געמוזט גיין פון קענט עוועניו קיין מארסי עוועניו.

למעשה האט זיך די פלאשינג פלאן אנגעשטויסן אין פראבלעמען, נאכדעם וואס די וואדהאול שפיטאל (פלאשינג קארנער בראדוועי) האט דאס אנידערגעשטימט טענה׳נדיג אז א סינגל וועי פלאשינג וועט שטארק שטערן און פארלענגערן די וועג פאר עמורדזשענסי אמבעלאנסן אנצוקומען צום שפיטאל. די פלאן איז דאן אונטערגאגאנען, מיטנעמענדיג די וואלאבאוט פלענער אינעם תהום אריין.

למעשה האבן זיך א גרופע פריוואטע עסקנים פעסט אריינגעלייגט אינעם ענין, און אויפגענומען א גרויסער טראַפיק עקספערט וואס איז אפגעזיצן אין וויליאמסבורג לאנגע וואכן און באטראכט די ווירטשאפט, די גאנצע הלוך ילך מיט די באסעס, גארבידזש טראקס אא״וו... פאר דריי חדשים צוריק איז ער צוריקגעקומען מיט דריי פארשלאגן, און נאך א גרינטליכע איבערגאנג, האט מען באשלאסן דעם אויבערדערמאנטע פלאן, אז לי עוועניו זאל גיין קאפויער!

וויאזוי גייט דאס לעזן דעם פראבלעם?

איז אזוי. קודם לגבי וואלאבאוט, איז די חשבון פשוט. ווי דער עקספערט האט קלאר אנגעוויזן, אויב שפארט מען אפ די רעכטע אריינדריי פון לי עוועניו אריין קיין וואלאבאוט, געשעהנט צוויי זאכן. ערשט וועט דאס דראסטיש נידערן די פארקער אריין קיין וואלאבאוט. ווייל רוב טראַפיק אויף וואלאבאוט פון לי קיין בעדפארד קומט פון לי עוועניו.. (דאס הייסט פונעם שיפן מידעלטאון גאס.., צעהלים). און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די גאנצע שטראם פון וויליאמסבורג וואס שטופט זיך אראפ לי, וועט אוטאמאטיש זיך מוזן אויסשפרייטן אויף דעם ליידיגן העריסאן און ווייט עוועניוס.

איי ווייט עוועניו איז דאך פונקט אזוי אנגעשטויסן? צייגט אבער דער עקספערט אָן, אז די גאנצע אנשטויסעניש אויף ווייט איז נאר אדער צוליב די באסעס ביים סאטמאר׳ע ת״ת וואס שטערט דעם טראַפיק פארמיטאג און נאכמיטאג. אדער איז עס די טראַפיק פון וואלאבאוט וואס ווערט געשטערט פון די שטראם וואס קומט פון לי. יעצט אבער אז מ׳דרייט אויס לי אויף ארויף, קודם וועלן די באסעס זיך מוזן שטעלן אויפן קאפ. און - ווי שוין פריער מסביר געווען - איז וואלאבאוט שוין מער שיטער, ווייל מידעלטאון-לי אריינגאנג איז פארמאכט. ס׳איז נישט אזוי פשוט און זיכער נישט גרינג מסביר צו זיין, אבער אין די קומענדיגע פאר שעה וועט ארויסקומען די קלארע מאפעס און עלעוואציעס.

וואס יא, צוויי פראבלעמען וואס מוז נאך אדרעסירט ווערן. איינס איז די פאקט אז א גרויסע שטראם פון טראַפיק קומט שוין פון אויבן, אראפ פונעם וויליאמסבורג בריק. יעצט אז לי ווערט אויסגעדרייט, בלייבט די גאנצע מעשה שטעקן דארט. האבן זיי אבער א צווייטע פלאן וואס וועט שוין פאררעכטן דעם פראבלעם אויך, דאס וועט אבער נאך נעמען היבש אפאר יאר, און דאס איז אז די רעמפ אראפ פון בריק אויף בראדוועי וועט פארשלאסן ווערן, און אנשטאט דעם וועט מען צולייגן א ליניע פאר קארס אויבן העכער די באן שינעס, און אראפקומען וועט עס ביים טרופ עוועניו סטאנציע, אזוי איז עס ממש ווי געגאסן. אלע קארס פארן קיין לי עוועניו געהעריג אויף ארויף.

די צווייטע פראבלעם האביך שוין פארגעסן, דער עיקר איז אז פיינעלי טוט מען שוין צו די זאך, א גרויסן ישר כח פארן ליינען, האצמער אלע א פרייליכן עיפריל דער ערשטער - פולס דעי.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל