נאָך יאָרן פון אַנטוויקלונג אין די קאַליפאָרניע מדבר, האָט אַ גיגאַנטישע, זעקס-מאָטאָרן מעגאַ דזשעט מיט ריזיגע פליגלען זיך געהויבן שבת צופרי פאַר די ערשטער מאָל. סטראַטאָולאָנטש, די פירמע וואס איז געגרינדעט געווארן אין 2011 דורך די געוועזענער מייקראָסאָפט מיט-גרינדער פּאָול עלען, האט דורכגעפירט דער ערשטער פּראָבע-פלייט פון די וועלט'ס גרעסטע פליגער.

סטראַטאָולאָנטש האָט איינגעקויפט צוויי גענוצטע באָואינג 747 דזשאָמבאָו דזשעטס פון יונייטעד עירליינס און ארויסגענומען די מאָטאָרן, רעדלעך, און אנדערע עקוויפּמענט, און דאס פּלאַצירט אין זייער אייגענע פריש-דעזיינטע עירקראַפט.

די סטראַטאָולאָנטש פליגער איז אַ גיגאַנטישע פליענדיגע לאָונטש-פּעד וואס וועגט א האלב מיליאן פונט, דיזיינד צו ארויפשיסן סאַטעליטן אין נידעריגע ערד-אָרביט. עס ציהלט צו צושטעלן אַרמיי, פּריוואַטע קאָמפּעניס און אפילו נאַסאַ זיך אַ מער שפּאָרזאמע וועג אנצוקומען אין ספעיס. טעסט פּילאָט עוואַן טאָמעס האט געפירט די פליגער צו א שנעלקייט פון בערך 173 מייל פער שטונדע, ארויפקריכנדיג אזוי הויך ווי 15,000 פיס איידער ער האט זיך סוקסעספול אומגעקערט, נאָכ'ן פליען כמעט צוויי און אַ האַלב שעה.

דער געדאַנק איז, אז אויב קען מען אַרויפטראָגן דעם ראַקעט צו דרייסיג-פערציג טויזנט פיס דורך אַ פליגער, און פון דאָרט עס אַרויפלאָונטשן, וועט עס איינשפּאָרן צוויי פּראָבלעמען: ערשטנס אַז די ראַקעט וועט קענען זיין פיל קלענער, ווייל עס וועט נישט דאַרפן טראָגן אזויפיהל ברענשטאָף זיך אַרויסצורייסן פון די ערשטע און שווערסטע גראַוועטי פאַזע וועלכע איז די נענסטע צום ערד, ווייל די אַרבעט וועט ווערן געטוהן דורכ'ן פליגער. צווייטנס וועט מען קענען אַרויסשיקן סאַטעליטן אָהן זיך דאַרפן רעכענען מיטן וועטער אונטן, ווייל די פליגער קען עס אייביג נעמען צו אַ קלאָהרע פּלאַץ.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל