א מיזעלס שרעק אויף אַ דזשעט-בלו פליגער פון די דאָמיניקען רעפובליק קיין ניו יארק סיטי איז פארשפעטיגט געווארן די זונטאָג ביינאַכט און האט געברענגט באשולדיגונגען פון עירליין פּראָופיילונג איבער די ערגסטע אויסברוך פון די קרענק די לאנד האט געזען אין אסאך יארן. דזשעט-בלו פלייט 410 האט געלאנדעט אין די דזשי-עף-קעי לופטפעלד פון סאַנטאָ דאָמינגאָ אַרום 9 ביינאַכט, אָבער איז פארהאלטן געווארן ביי דער טערמינעל נאָכדעם וואס באאמטע האבן באקומען באריכטן איבער אַ מעדיצינישע עמורדזשענסי אויף די פליגער. אלס א זיכערהייט מאסנאם, האט די פּאָרט אויטאַריטי צייטווייליג אפגעזונדערט די פליגער ווילאנג די פאסאזשירן זענען געווארן אונטערזיכט. א קורצע וויילע שפּעטער, האבן אַלע מענטשן באקומען באשטעטיגונג אז זיי זענען נישט אנגעשטעקט געווארן מיט מיזעלס.

די גאנצע אינצידענט האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט באמערקט ווי א היימישע קינד האט פּינטל אויף די קערפּער (גאנץ ווארשיינליך א מאַסקיטאָו ביס...) און האט געמאלדן פאר די אינסטאנצן אז דאס איז א פערדעכטיגטע מיזעלס פאל. דאס איז ליידער די נייע "נארמאל", זינט די שרעקליכע חילול השם ווען עטליכע אומפאַראַנטוואָרטליכע פרויען האבן זיך געשטעלט פאר מידיא קאמערעס און דערקלערט זייערע איבערגעדראשענע אנטי-וועקס שקרים אין די נאמען פון אונזער גאנצע חסיד'ישע געמיינדע. א דאנק די - און עטליכע ענליכע שריט - ליידן היימישע אידן אין יעדע סביבה מיט פארדאכטן און אפשיי. איצט האבן איינע פון די באוואוסטע היימישע זינגערס און חזנים געליטן די אומבאקוועמליכקייטן צוזאמען מיט בייזע בזיונות א דאנק די סקאנדאל און אויפברויז וואס הערשט אמעטום צוליב די א.ד. יחידים.

מעלדונג אז די יעדער איז באשטעטיגט געזונט

פּאָרט אויטאַריטי און געזונטהייט באאמטע אינטערזיכן פאסאזשירן

די מאנשאפט דערקלערט איז דאס ארגסטע איז פאראיבער

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל