ברוקלין - די היימישע סאשעל מידיא אז אנגעפילט די לעצטע טאג מיט א "באשטעטיגטע באריכט", אז די "דזשערוסאלעם פיצא" אין בארא פארק (אויך באוואוסט אלס "דזשעי 2 פיצא" און "דזשערוסאלעם קאפע") איז געכאפט געווארן מיט'ן ארבעטן דורכאויס דעם פארגאנגענעם שב"ק, זייענדיג מחלל שבת ויו"ט צו קענען צושטעלן פרישע און אויסגעבאקענע חמץ מוציו"ט פאר'ן עולם. די באריכט האט געלויטעט אז די הכשר איז אראפגענומען געווארן, און איז געווען באגלייט מיט א בילד פון די פארמאכטע געשעפט (זעה בילד אונטן).

ווי אסאך ענליכע וואַטסעפּפּ באריכטן, איז דאס פולשטענדיג אומבאגרינדעט, און ר' יונתן שווארטץ האט גאר באשטעטיגט אז די געשיכטע האט נישט קיין שום אמת (הערט רעקארדירונג אונטן).



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל