דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט גענומען די זייט פון קים יאנג-אן און קריטיקירט אמעריקע פאר׳ן זיך עקשנ׳ן צו האלטן די שטרענגע סאנקציעס. די באמערקונגען קומען נאכדעם וואס דעם דאנערשטאג האט ער אפגעהאלטן א סאמיט מיט׳ן פירער פון צפון קארעא קים יאנג-אין אינעם שטאט וולאדיוויסטאק אין רוסלאנד. דער סאמיט איז געזען געווארן ווי א פראסק אין פנים פאר אמעריקע, ספעציעל נאכדעם וואס פוטין האט עפנטליך קריטיקירט דער אמעריקאנער צוגאנג, און האט פארשפראכן צו ״ברענגען דאס ווארט פון צפון קארעא״ פאר אמעריקע. פוטין זאגט אז אמעריקע דארף ארבעטן שטאפלווייז צו אראפנעמען סאנקציעס אין אויסטויש פאר דע-נוקלעאריזאציע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל