די רעגירונג אין סרי לאנקא האט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף די איסלאמישע צודעק אויפ׳ן גאנצן פנים, אין ליכט פון איינע פון די בלוטיגסטע טעראר אטאקעס אין די לעצטע יארן וואס איז פארגעקומען זונטאג פסח אין סרי לאנקא ווען דריי קריסטליכע קירכעס און דריי האטעלן זענען אויפגעריסן געווארן דורך זעלבסמארד טעראריסטן, און איז נאכגעפאלגט געווארן מיט נאך צוויי קלענער אויפרייסן אין באוואוינטע געגענטער. אלעס אינאיינעם זענען אומגעקומען 253 מענטשן און אמווייניגסטנס 500 זענען פארוואונדעט געווארן. די אטאקעס האבן געצילט קריסטן וועלכע האבן געפייערט דעם חגא און אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט. אין ליכט פון די אטאקע האט סרי לאנקא אונטערגענומען א פארצווייגטע אנטי-טעראר אפעראציע און הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל