דער געוועזענער טראמפ אדוואקאט מייקל קאהן האט אין די לעצטע טעג געלאזט וויסן אז ער האט פרישע נעגאטיווע אינפארמאציע וועלכע קענען שטעלן לעגאלע פראבלעמען פאר פרעזידעט טראמפ, און נעכטן האט ער אפיציעל אפגעשיקט א בריוו צו דעמאקראטן אין קאנגרעס אין וועלכע ער טראגט אן די אלע אינפארמציע און בעט אז אין אויסטויש זאלן זיי שתדל׳ן פאר אים ביי די פראקורארן אין ניו יארק צו רעדוצירן זיין דריי יעריגע טורמע טערמין וואס הייבט זיך אן אין עטליכע וואכן. קאהן שרייבט אז ער האט איבער 14 מיליאן דאקומענטן וועלכע קענען ווארפן א ליכט אויפ׳ן פרעזידענט׳ס ביזנעס האנדלונג, אבער ער דארף מער צייט פאר׳ן אריינגיין אין תפיסה אויף צו קענען קאאפערירן מיט קאנגרעסיאנאלע אויספארשער דערוועגן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל