די אידישע קהלה אין איזמיר איז געקומען אונטער אטאקע ווען א מאלאטאוו צינד-פלאש איז געווארפן געווארן אויף די שול געביידע, אבער האט ברוך השם נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדן. דער אטאקירער איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי און געזאגט אז ער האט דערמיט געוואלט פראטעסטירן מדינת ישראל. דער אטאקע קומט נישט לאנג נאכדעם וואס דער טערקישער פרעזידענט האט אין אן אינטערוויו געשיקט א באהאלטענע ווארנונג צו די אידישע קהלה אין טערקיי, זאגנדיג אז ״דערווייל האבן מיר באשיצט די אידן דא״ און דאן אנגעדייטעט אז אויב מדינת ישראל שיצט נישט אויף די מוסלעמענער וועט טערקיי מעגליך נישט שיצן אויף אירע אידן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל