צענדליגע טויזטער איראנער פון איבער זיבעציג שטעטלעך אין דעם קוזעסטאן פראווינץ אין איראן זענען געצווינגען געווארן זיך צו עוואַקואירן צוליב שווערע פארפלייצונגען וואס פלאגן גרויסע טיילן פון איראן. עס זענען דערווייל באריכטעט געווארן אמווייניגסטנס 45 פאטאליטעטן פון די שווערע פארפלייצונגען, וואס עפעקטירן 23 פון דאס לאנד׳ס 31 פראווינצען.

דער איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף באשולדיגט די אמעריקאנער סאנקציעס אין פארערגערן די הומאניטארע סיטואציע און באגרעניצן די מעגליכקייטן פון די אויטאריטעטן צו העלפן, און האט אנגערופן די סאנקציעס ״עקאנאמישע טעראר״ וויבאלד צוליב א מאנגל אין העליקאפטערס זענען פילע געבליבן געשטראנדעט אין די פארפלייצטע געגענטער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל