אינדערצייט וואס די אוויאציע וועלט איז אויף געווען מיט די נייעס אז די וועלט’ס גרעסטע פליגער האט זיך געהויבן דאס ערשטע מאל, איז אויך אין די נייעס איבער די וועלט’ס קלענסטע קאָמערציאַלע דזשעט וואס האט באוויזן די זעלבע. פּילאָט וויזלאָ סינע האט זיך געהויבן מיט די "פלאַריס לאַר 1" פאר דאס ערשטע מאל אין די פוילישע שטאט בעימאָסט. די ביזנעס דזשעט, דיזיינ'ד ווי א קאר, קומט מיט פינף זיצן, און קען פליען 440 מייל פער שטונדע.

וויבאלד איר וואג איז קוים איבער 1,500 פונט, דארף זי נישט קיין לופט-פּאַס לענגער פון 330 פיס. די פליגלען קען אַראָפּגענומען ווערן, צו קענען אוועקגעלייגט ווערן פאר סטארעדזש. די פרייז איז ערווארטעט צו זיין אביסל מער פון צוויי מיליאן יוראָס (כמעט צוויי און א פערטל מיליאן דאלער).










באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל