פיליפינען פּרעזידענט ראַדריגאָ דוטערט האט געווארנט צו שיקן זיינע טרופּן אויף אַ "זעלבסטמאָרד מיסיע" אויב בעידזשינג טראגט נישט אפ פון אַ מאַנילאַ-באזעצטע אינזל אין די סאַוט טשיינע סי. דוטערט'ס רעדע ביי אַ ראלי אין די שטאָט פּאָרטאַ פּרינסעסאַ איז געקומען טעג נאָכדעם וואס די פיליפּפינער רעגירונג טענה'ט אז ביז 275 כינעזער שיפן זענען געזעהן געווארן אין די לעצטע מאנאטן אַרום די טהיטו איילענד אינזל. "לאמיר זיין פריינטליך, אָבער ריר נישט אָן די פּאַגאַסאַ איינזל און דאס ארומיגע", האט דוטערט געזאגט, נוצענדיג די פיליפּינישע טערמין "פּאַגאַסאַ" פאַר "טהיטו".
"איך וועל זיך נישט בעטן, אָבער איך זאג נאָר: שטייט אַוועק פון די פּאַגאַסאַ, ווייל איך האָבן דאָרט סאלדאטן", האט ער געזאגט.
אויב וועט איר זיך פארפירן די הענט דארט, וועט זיין אן אנדערע מעשה. איך וועל זאָגן מיין זעלנער, 'גרייט אייך פאַר זעלבסטמאָרד מיסיע'.דוטערט האט געזאגט אז זיינע ווערטער זענען נישט קיין ווארענונג, נאר סתם אן "עצה צו מיינע פריינד"...
"איך וועל זיך נישט בעטן, אָבער איך זאג נאָר: שטייט אַוועק פון די פּאַגאַסאַ, ווייל איך האָבן דאָרט סאלדאטן", האט ער געזאגט.
הוסף רשומת תגובה