די מעטראָפּאָליטאָן טראַנספּאָרטאַציע אויטאָריטעט פאָרשט אַ אינצידענט אין וואס אַ שטאָטישע סיטי-באָס דרייווער האט פּרובירט צוריקצוהאַלטן אַ היימישע רייזענדער פון אַרויפשטייגן אויף זיין באָס אין וויליאַמסבורג פאָריגע וואָך, טענה'נדיג אז ער קען איר אָנשטעקן מיט די מיזלעס וויירוס אין אַ אויסברוך פון די פּאָטענציעל פאַטאַלע קראַנקייט. "עס איז זייער, זייער טרויעריק", האט ר' משה דוד נידערמאַן געזאגט. "איך וועל אייך זאגן, עס זענען געווען אַנדערע אָרטאָדאָקסישע רייזענדער אויף די באָס, און זיי האבן אויך געשפּירט דערשראָקן דורך אים".
יו.דזשעי.או. האָט גע'טוויט'ד די געשיכטע פון מיזעלס-געפירטע אַנטיסעמיטיזם אין די עם.טי.עי. דאָנערשטאָג צופרי, איבער אַן אַנאָנימע 40 יעהריגער אָרטאָדאָקסישע מאַן, וואס זאגט אז די באָס דרייווער האט אָפּגעזאָגט זיך צו אָפּצושטעלן ביי אַ בי-57 סטאַפּ ביי פרענקלין און פלעטבוש עוועניו אַרום ניין אזייגער. ר' משה דוד גיבט איבער אז דער דריווער האט אים עווענטואל ארויפגעלאזט, נאכדעם וואס דער טראפיק האט זיך אנגעהויבן אנצולייגן.

הוסף רשומת תגובה