דער דעמאקראטישער קאנגרעספרוי אַלעקסאַנדריע אָקעסיע-קאָרטעז פון ניו יארק האט פריש אויפגערידערט די פאליטישע צירקלען, ווען זי האט זיך באנוצט מיט די באקאנטע האָלאָקאָוסט פּאָעזיע אין פארטיידיגונג פון איר פארשעמטע קאָלעגע אילהאַן אָמאַר. אָמאַר - א מוסלעמענער - האט אויפגערעגט אסאך מיט'ן זיך באציען צו די שרעקליכע ניין עלעווען טעראר אטאקע, דורכגעפירט דורך ראדיקאלע מוסלעמענער, אלס "געוויסע מענטשן האבן עפעס געטוהן", מינעמיזירענדיג די הארבקייט פון די רציחה.

אַלעקסאַנדריע אָקעסיע-קאָרטעז האט פארדאמט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ, פאר'ן ארויסשטעלן א ווידיא אויף טוויטער וואס ווייזט אָמאַר'ס קאמענטארן נעבן די ווידיא פון די אטאקע אויך די טווין טאווערס. זי האָט צוגעלייגט אַ בילד פון די ווערטער פון "פורסט דעי קעים ...," די באַרימטע דייטשער פּאָעזיע דורך מאַרטין נייעמאָלער וואָס איז אינספּירירט געווארן דורך די טראַגעדיעס פון די האָלאָקאָוסט חורבן. (די ווערטער זענען אויפגעהאנגן אויף אַ וואַנט אין די אמעריקאנער האָלאָקאָוסט מעמאָריאַל מוזעאום אין וואַשינגטאָן.)

די פּאָעזיע לייענט:
ערשט זענען זיי געקומען נאָך די סאָציאַליסטן, און איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל איך בין נישט אַ סאָציאַליסט. דערנאָך זענען זיי געקומען נאָך די האַנדל יוניאָניסטן, און איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל איך בין נישט אַ טרעיד יוניאָניסט. דאן זענען זיי געקומען נאָך די אידן, און איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל איך בין נישט קיין איד. און דערנאך זיי געקומען פאַר מיר, און עס איז קיינער נישט געבליבן זיך אנצונעמען פאַר מיר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל