די נאַציאַנאַלע טראַנספּאָרטאַציע סעיפטי באָורד (ען.טי.עס.בי.) האט היינט געזאגט אז זי פארשט אַ אפריל 10 אַמעריקען עירליינס פלייט אין ניו יאָרק'ס דזשאַן עף. קענעדי אינטערנאַציאָנאַלע עירפּאָרט וואס האט אנגעקלאפט עפעס ביים זיך הייבן, און געלאנדעט אהן קיין פראבלעם בערך דרייסיג מינוט שפּעטער.

די ען.טי.עס.בי. זאגט אז די עירבאָס עי-321, אַפּערירענדיג אלס אַמעריקען עירליינס פלייט 300, האט געכאפט א שאקל ביים זיך הייבן וואס האט אראפגענויגט נידריג די לינקע פליגל און זי האט אנשלאָגן אַ לופטפּאַס מאַרקער מיט איר שפיץ. די פעדעראלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע (עף.עי.עי.) פארשט אויך די אינצידענט.

זעהט נאך בילדער

 







באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל