דריי מענטשן זענען אומגעקומען און ניין אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן מאנטאג, ווען אַ פארשוין האט געעפנט פייער אויף אַ טראַמװײ אין די האָלענדישע שטאָט יוטרעקט, אין וואָס פּאָליציי זאָגן קען זיין אַ אַקט פון טעראָר. שווער באוואפענטע אַנטי-טעראָר פּאָליציי האבן שפּעטער ארומגענומען אַ געביידע וואו די פארדעכטיגטער שיסער איז געגלויבט זיך צו באהאלטן נאָכ'ן אנטלויפן פון די דערנעבנדע סצענע פון די שיסעריי ביי די 24 אָקטאָבער סקווער.
ער איז געגלויבט צו האָבן אוועקגעפארן מיט א קאר פון די טראַנספּאָרטאַציע צענטער אין אַ רעזידענטשאָל קוואַרטאַל. די פּאָליציי האט ארויסגעגעבן אַ סורוועילענס בילד אויפ'ן טראַמװײ פון אַ 37 יעהריגע טערקישע מענטשן זיי אידענטיפיצירן אלס גאָקמאַן טאַניס, וואס איז "פארבונדן מיט דעם אינצידענט היינט צופרי". די פּאָליציי האט געבעטן אין א טוויט די פובליק'ס הילף אין טרעפן די בא'בערדל'טער מענטש אנגעטאן אין אַ בלוי רעקל, און האבן צוגעלייגט אַ ווארענונג: "נישט צוגיין צו אים". דער בילד האט א צייט-סטעמפּל פון 10:41 צופרי - בערך פיר מינוט איידער ווען די פּאָליציי גלויבט אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן.
קלאהרערע בילדער פון גאָקמאַן טאַניס
סורוועילענס בילד פון גאָקמאַן טאַניס
שווער באוואפענטע אַנטי-טעראָר פּאָליציי
שווער באוואפענטע אַנטי-טעראָר פּאָליציי
הוסף רשומת תגובה