די יו.עס. עיר פאָרס האט לעצטנס ארויסגעשיקט זעקס נוקלעארע-פעאיגע בי-52 באָמבארדירער עראפלאנען קיין אייראָפּע פאַר מושטירונגן מיט רעגיאָנאַלע אַלאירטע און נאַטאָ פּאַרטנערס - אַ טריט וואס שיקט אַ שטאַרקע מעסעדזש פאר רוסלאַנד, וואָס פייערט יעצט די פינפטע יאָרטאָג פון איר אגרעסיווע מיליטערישע אַנעקסירונג פון קרימיע. פיר בי-52'ס האבן מאנטאג "דורכגעפירט איבערפליען ביי עטלעכע ערטער אין אייראָפּע, אַריינגערעכנט צו די נאָרוועגישע ים, די באַלטישע ים / עסטאָניע און די מיטלענדישער ים / גריכלאנד," האט די עיר פאָרס געזאגט.
הוסף רשומת תגובה