צענדליגע מענטשן זענען געשטארבן נאָכדעם וואס אַ פערי פירענדיג פאמיליעס צו פייערן די נורוז חאגע (פערסישע נייע יאהר) האט געזונקען אין די חידקל טייך נעבן די איראַקער שטאָט מאָסול.

כוסאם כאַליל, דער הויפט פון מאָסול'ס ציווילע פאַרטיידיגונג אויטאָריטעט, האט געזאָגט, אז כאטש 45 מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די עקסידענט דאָנערשטאָג. "מיר האָבן ארויסגעשלעפט 45 קערפער און די צאָל קען זיך העכערן", האט כאַליל געזאגט. ער האָט צוגעגעבן אַז מערסטענס באטראפענע זענען פרויען און קינדער וואָס קענען נישט שווימען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל