פרעזידענט טראמפ האט געליטן א פאליטישע נידערלאגע פון רעפובליקאנער אין סענאט וועלכע האבן געשטימט קעגן זיין עמורדזשענסי דעקלעראציע, און דערמיט באשטעטיגט דעם רעזאלוציע אין קאנגרעס וועלכע אנולירט דעם פרעזידענ׳ס דעקלעראציע איבער א קריזיס ביים גרעניץ וואס ערלויבט אים צו נוצן מיליטערישע פאנדן צו בויען דעם גרעניץ וואנט ביים גרעניץ מיט מעקסיקא.

דער רעזאלוציע איז אריבער מיט א באקוועמע מערהייט פון 59 קעגן 41 און צוועלף רעפובליקאנער געזעצגעבער האבן אריבערגעשפרייזט פארטיי ליניעס צו שטימען קעגן דעם פרעזידענט. באלד נאכדעם וואס סענאט האט באשטעטיגט דעם רעזאלוציע האט דער פרעזידענט געשריבן ״וועטא״ אויף טוויטער צו אנדייטן אז ער וועט וועטאירן דעם רעזאלוציע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל