פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז אמעריקע וועט אנערקענען אין די גולן בערג אין צפון מדינת ישראל אלס טייל פון מדינת ישראל, און נישט אלס אקופירטע געביטן אזוי ווי ביז היינט. מדינת ישראל האט פארכאפט די גולן הויכן פון סיריע אין לויף פונעם זעקס טאגיקן קריג אין 1967 און האט זינט דאן אנעקסירט דעם געגענט צו מדינת ישראל. די בערג זענען סטראטעגיש וויכטיג פאר מדינת ישראל צוליב איר טאפאגראפישע אויסלייג וויבאלד מען קען פון דארט באאבאכטן ווייטע שטרעקעס, און פרעזידענט טראמפ האט אין זיין דעלקעראציע אונטערגעשטראכן אז מדינת ישראל הערשאפט אויפ׳ן גולן פארשערקערט די זיכערהייט פונעם גאנצן ראיאן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל