צפון קארעא האט אהיימגערופן אירע פארשטייער פון א ספעציעלע ביורא פאר געשפרעכן מיט דרום קארעא וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צו נענטער ברענגען די צוויי לענדער אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל. עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די צוויי לענדער האבן אוועקגעשטעלט אן אפיציעלע מיסיע צו דיסקוטירן דיפלאמאטישע אנלעגנהייטן. סאוט קארעא האט אין סטעיטמענט באדויערט דעם באשלוס וועלכע קומט נאכדעם וואס צפון קארעא האט סיגנאליזירט אז זיי ווילן באנייען די מיסיל טעסטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל