דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז פרעזידענט טראמפ האט אפגעווארפן א באשלוס פון הויכע זיכערהייט באאמטע אין זיין אדמיניסטראציע און פערזענליך באפוילן צו געבן סעקיוריטי קליערענס פאר זיין איידעם און ראטגעבער דשערעד קושנער. א זאך וואס קען פאטענציאל זיין אן עטיקס פארלעצונג.

לויט דעם באריכט האט דער שריט פונעם פרעזידענט באזארגט די העכסטע באאמע אין זיין אדמיניסטראציע און דער שטאב הויפט דשאן קעלי און דער הויפט לעגאלער ראטגעבער דען מעקגעהען האבן אפגעשריבן א נאטיץ צום יוסטיץ דעפארטמענט אויסדרוקנדיג זארג איבער דעם וואס דער פרעזידענט האט נישט נאכגעפאלגט די לעגאלע פראצעדור.

קושנער האט געהאט צייטווייליגע נירדיג-ראנגיקע זיכערהייטס קליערענס, און פרעזידענט טראמפ האט באפוילן אים צו געבן א העכערע סטאטוס, עס איז נישט קלאר פארוואס די זיכערהייט באאמטע זענען געווען באזארגט דערוועגן, אבער לויט געוויסע באריכטן איז עס צוליב די פארצווייגטע ביזנעס פארבידנונגען מיט אויסלענדישע רעגירונגען וואס ער פארמאגט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל