א קאנסערוואטיווע גרופע האט אריינגעגעבן א קלאגע צום פעדעראלן וואל קאמיטע זאגנדיג אז די פרישע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי פון בראנקס אלעקסאנדריע אקאסיא-קארטעז איז באגאנגען קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען מיט דעם וואס זי האט אריבערגעפירט טויזנטער דאלער צו א פאמיליע מיטגליד פונעם קאמפיין טראץ וואס ער האט נישט געהאט קיין פארמאלע ראלע אינעם קאמפיין. די געלטער זענען געגאנגען פאר ״קאנסאלטינג״ וואס לויט די גרופע ברענגט אויף פארדאכטן אז זי האט אייגענטליך בלויז דאס גענוצט פאר א וועג צו ארויסריקן געלטער פון איר קאמפיין קאסע. קארטעז האט אוועקגעמאכט די קלאגע זאגנדיג אז דער פאמיליע מיטגליד האט געארבעט פאר׳ן קאמפיין און די געלטער זענען הונדערט פראצענט לעגיטים.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל