סאָודי אַראַביע האט דעראָרבן צוטריט צו דזשעף בעזאָס' טעלעפאָן און באקומען פּריוואַטע אינפארמאציע וואס געהער צו דעם עמעזאָן סי.אי.או., האט זיכערהייט ספעציאליסט געווין דע בעקער געזאגט אין אַן אַרטיקל אַריינגעשיקט צי די דעילי ביעסט.
בעזאָס האט אויפגענומען דע בעקער אויסצופארשן וויאזוי די נעשאָנאַל ענקווייערער האט באקומען און ארויסגעגעבן זיינע פריוואטע טעקסט מעסעדזשעס. אין א שאקירענדע מעלדונג פאריגע מאנאט, האט בעזאָס באשולדיגט אז די ביליגע טעבלויד'ס פובליצירער עי.עם.איי. (אמעריקען מידיא אינק.) האט אים גע'בלעקמעיל'ט מיט'ן סטראשענען אז זיי וועלן אים פארשעמען מיט זיינע פריוואטע בילדער אויב ער שטעלט זיך נישט צו צו זייערע קאמפלעצירטע פארלאנגען וואס ציעט פעדעמער צו די מידיא דעקונג איבער די מארד פון זשאמאל קאשוגי - וואס איז געווען א דזשורנאליסט פאר די וואשינגטאן פאוסט וואס איז די אייגענטום פון בעזאָס - דורך סאָודי אַראַביע.
צר. דע בעקער האָט געזאָגט, אַז זיין אויספאָרשונג האָט געפונען "מיט הויכע זיכערקייט אַז די סאודיס האבן געהאט צוטריט צו בעזאָס' טעלעפאָן און באקומען פּריוואַטע אינפאָרמאַציע. געוויסע אמעריקאנער וועלן זיין געפלעפּט צו הערן אַז די סאודי רעגירונג איז געווען זייער אגרעסיוו צו שעדיגן דזשעף בעזאָס זינט די פאריגע אקטאבער, ווען די פאסט האט אנגעהויבן זיין פעסטע דעקונג פון די קאשוגי מאָרד," האט דע בעקער געזאגט. דע בעקער האט ווייטער געזאָגט אַז עס איז אומקלאָר אויב עי.עם.איי. איז באַוואוסטזיניג איבער די דעטאלן, אָבער עס ווייזט צו - וואָס ער האט גערופן - אַ נאָענטע פארבינדונג צווישן עי.עם.איי. טשערמאַן דעוויד פּעקער און די סאודי רעגירונג.

הוסף רשומת תגובה