צוויי מענטשן זענען ארעסטירט געווארן, נאָכדעם וואס אַ גרופּע פון מענטשן באוואפנט מיט מעסערס און אַ מעטאַלע ראָד האבן ברוטאַל צושלאָגן אַ יונעגליכער אין פאָרנט פון אַ בושוויק געשעפט און צוגענומען זיין מאָפּעד ביציקעל, האט די פּאָליציי געזאגט שבת. די אטאקע איז פארגעקומען איידער 6:00 דאָנערשטאג אווענט, אין פאָרנט פון אַ באָדעגאָ ביי 718 ניקערבאָקער עוועניו.
די 17 יעהריגער באטראפענער איז געזעצן אויף זיין מאָפּעד, ווען אַ גרופּע פון מענטשן זענען צוגעקומען צו אים און אים געסטראשעט מיט מעסערס און צוגענומען זיין מאָפּעד. זיי האבן אים געשלאגן מיט אַ מעטאַלע רער און אַ האלצענע שטעקן, איידער אנטלויפענדיג פון די סצענע. דער צענערלינג איז אפגעפירט געווארן צו די שפּיטאָל מיט אַ שניט אין קאָפּ.
א צווייטער פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן שבת. דער 26 יעריגער ראַמאָן גאַרסיאַ-דיסלאַ פון ניקערבאָקער עוועניו אין ברוקלין, איז אנגעקלאגט געווארן מיט גניבה, גענג אַטאַקע און אנפאל קלאגעס.

איינער פון די פארדעכטיגטע פארשוינען - א 16 יעריגער וואס די פּאָליציי גיבט נישט ארויס זיין אידענטיטעט - איז ארעסטירט געווארן אַ קורצע צייט שפּעטער אויף האַלסי סטריט, און מען האט געפונען די מאָפּעד. ער איז אנגעקלאגט געווארן מיט רויבעריי, באזיצן א גע'גנב'טע חפץ, אומלעגאל באזיצן מאַריכואַנאַ, א מאטארביציקל העלמעט ווייאָלעשאָן, אַפּערירן אָהן לייסענס, פארלאזן די סצענע פון א עקסידענט און דרייוו'ן איו די ראָנג וועג.
א צווייטער פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן שבת. דער 26 יעריגער ראַמאָן גאַרסיאַ-דיסלאַ פון ניקערבאָקער עוועניו אין ברוקלין, איז אנגעקלאגט געווארן מיט גניבה, גענג אַטאַקע און אנפאל קלאגעס.
הוסף רשומת תגובה