איינער פון די ווייניגער-באוואוסטע קאנדידאטן פאר פרעזידענט אין 2020, איז פּיטער פּאָול מאָנטגאָמערי בוטידזשעדזש, דער 37 יעהריגער מעיאר פון סאוט בענד, אינדיאנא. ער האט נעכטן געזאגן אין א אינטערוויו אז ווייס פרעזידענט מייק פענס איז נעבעך געווארן דער "טשירלידער" (אונטערהייטערער) פאר א שמוציגע פרעזידענט. די ווערטער איז ספעציעל שטעכענד פאר פענס וואס איז שטארק קאנסערוואטיוו. ער האט זיך אויך הויך געוואונדערט זינט ווען פענס - א שטארק גלויביגער קריסט - האט אויפגעהערט צו גלייבן אין די בייבל ווען ער האט זיך גענומען גלייבן אין טראמפ.
הוסף רשומת תגובה