שפיאנאזש קוועלער אין דרום קארעא ווארענען אז אין צפון קארעא ארבעט מען פיבערהאפטיג אויף צו צוריק צו עפענען אירע איינריכטונגען וואו זי פראדוצירט אירע לאנג-שטרעקיגע מיסילס. די איינריכטונגען זענען געווארן טיילווייז אויפגעלעזט זינט דעם ערשטן סאמיט צווישן קים יאנג-אן און טראמפ אלס טייל פונעם אפמאך, אבער אין ליכט פונעם דורכפאל פונעם האנוי סאמיט קוקט אויס אז די רעזשים איז אנטשלאסן צו באנייען דעם פראגראם.

אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן אז - אין א פארזוך אויפצולעבן די פאהאנקערטע געשפרעכן מיט צפון קארעא - וועט פרעזידענט טראמפ זיך טרעפן מיט׳ן פרעזידענט פון דרום קארעא דזשעי-אין מאָן קומענדיגע חודש. דער דרום קארעאר פרעזידענט איז געווען פון אנהויב דער אינציאטאר פון די געשפרעכן, און האט געשטעלט שלום מיט צפון קארעא אלס הויכע פריאריטעט אין זיין פרעזידענטשאפט. און לויט א דרום קארעא באאמטער, האט פרעזידענט טראמפ אנגעבאטן דעם סאמיט באלד נאכ׳ן זיך אומקערן פון האנוי מיט ליידיגע הענט נאכ׳ן פריצייטיגן ענדע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל