גאן רעכטן אקטיוויסטן האבן פארלוירן א פארזוך צו בלאקירן רעגולאציעס אויף גאנס, נאכדעם וואס דער סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט צו נעמען דעם קעיס. די אקטיוויסטן האבן געבעטן אז דאס געריכט זאל בלאקירן די טראמפ אדמיניסטראציע צו אינפארסירן א פארבאט אויף "באמפ סטאקס" – א געצייג וואס פארוואנדלט פשוט'ע גאנס אין געפארפולע אויטאמאטישע גאנס. א פארבאט וואס די אדימיניסטראציע האט פארשפראכן צו אינפארסירן נאך א סעריע מאסן שיסערייען. באמפ סטאקס האבן נישט קיין נוצן אין זעלבסט-שוץ, און דעריבער האט די אדמיניסטראציע דאס פארבאטן. אבער פרא-גאן גרופעס האבן עס פרובירט צו באקעמפן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל