אן אפיציעלער ווארטזאגער פאר׳ן רעזשים אין צפון קארעא האט געזאגט אז דער דיקטאטור קים יאנג-אן וועט פאסן א באשלוס אין די נאנטע טעג אויב ער וויל ווייטער אנהאלטן פארהאנדלונגען מיט וואשינגטאן, אדער ענדיגן דעם מארטאריום אויף די מיסיל פראבעס און אפיציעל דערקלערן אן ענדע צו די פארהאנדלונגען.

דער ווארטזאגער האט געזאגט ״אמעריקע האט אוועקגעווארפן א גאלדענע געלעגנהייט אין האנוי״ און אז צפון קארעא וועט קיינמאל נישט פארציכטן מער פון וואס זי האט אנגעבאטן ביים סאמיט. און געווארנט אז צפון קארעא וועט זיך מער נישט צוריקקערן צום פארהאנדלונגס טיש אויב די געשפרעכן קומען צו אן ענדע.

גלייכצייטיג האט די דעפיוטי אויסערן מיניסטארשע פון צפון קארעא געזאגט אז צפון קארעא וועט נישט ווייטער גיין מיט געשפרעכן בלויז אויב וואשינגטאן נעמט קעגנזייטיגע שריט צו לינדערן די עקאנאמישע סאנקציעס אויף צפון קארעא.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל