נאכדעם וואס דער בריטישער פארליאמענט האט צוויי מאל אנידערגעשטימט דעם אפמאך וואס טעריסא מעי האט אויסגעהאמערט מיט׳ן בריטישן פאראיין האט דער פארליאמענט נעכטן געשטומט אויף צו אפשטופן דעם דאטום פון ברעקזיט וואס האט געזאלט זיין אין צוויי וואכן ארום.

גלייכצייטיג האט פארליאמענט באשטעטיגט א רעזאלוציע וועלכע ערלויבט נישט צו פארלאזן דעם פאראיין און קיין אפמאך, אויף צו פארמיידן א סיטואציע פון א נאו-דיל ברעקזיט. און פילע קאנסערוואטיווע געזעצגעבער האבן געשטימט דערויף קעגן די ווילן פונעם פרעמיער מינסטארשע. אזוי אויך האט פארליאמענט אפגעווארפן א פארשלאג פון א צווייטע רעפערענדום.

דער אייראפעאישער פאראיין דארף נאך באוויליגן צו געבן מער צייט פאר׳ן ברעקזיט פראצעדור, און מעי איז ערווארטעט צו פארמאל פארלאנגען אזא פארלענגערונג קומענדיגע וואך ביי א סאמיט אין שטראסבורג. עס איז אבער נאכנישט קלאר ווי לאנג דער פארלענגערונג וועט זיין.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל