ספּעציעלן פּראָקוראָר ראַבערט מוללער האט נישט געפונען קיין קאַלוזשען צווישן פּרעזידענט טראָמפּ'ס קאמפיין און רוסלאַנד - און די יוסטיץ דעפּאַרטמענט זאגט אז מוללער האט נישט אויפגעדעקט גענוג באווייזן צו קלאגן טראָמפּ מיט "אַבסטראָקשען אוו דזשאָסטיס", לויט אַ בריוו זונטאג פון אטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַר. די פיר-בלאַט בריוו איז א בקיצור'דיגע רעפּאָרטאַזש פאַר קאנגרעס מיט די שליסל אנטדעקונגען פון דער באריכט וואס מוללער האט אַריינגעשיקט פרייטאג ווען ער האט געענדיגט זיין 22-מאנאטיגע אויספארשונג. "דער ספּעציעלן קאַנסול האט נישט געפונען אז די טראמפּ קאמפיין אָדער סיי ווער עס איז פארבונדן מיט אים [זאל האבן] קאָנספּירירט אָדער קאָאָרדינירט מיט רוסלאַנד אין איר פראוו צו באאיינפלוסן די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן", האט באַר געשריבן.

באַר האט אויך געזאגט אַז ער און דעפּיוטי אַטוירני דזשענעראַל ראַד ראָזענשטיין האבן באַשלאָסן אז מוללער האט נישט צונויפגעזאַמעלט גענוג באווייזן צו באַרעכטיגן אנצוקלאגן טראמפּ מיט אַבסטראָקשען אוו דזשאָסטיס אין פארבינדונג מיט מוללער'ס אויספארשונג, וואָס דער פּרעזידענט האט כסדר גערופן אַ פּאָליטישע מאָטיווירטע "כאַפצעם".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל