פרעזידענט טראמפ האט היינט אויסגעלויבט דעם סאמיט מיט צפון קארעא, זאגנדיג אז עס איז אייגענטליך געווען א סוקסעס און ״אונז ווייסן וואס זיי ווילן, און זיי ווייסן וואו מיר שטייען״ טראץ וואס צפון קארעא באאמטע האבן נעכטן געזאגט אז די פארהאנדלונגען זענען פערטיג.

צפון קארעא לייקנט די ווערסיע פון טראמפ אז זיי האבן פארלאנגט א טאטאלע לינדערונג פון אלע סאנקציעס, און זאגן אז זיי האבן אייגענטליך פארגעשלאגן א שטאפלווייזע פלאן און פרעזידענט טראמפ האט דאס אפגעווארפן.

לויט באאמטע וועלכע האבן גערעדט צו די פרעסע איז אייגענטליך די ווערסיע פון צפון קארעא מער אקוראט, און קים יאנג אן האט פארגעשלאגן צו שליסן די הויפט איינריכטונג און פערמענאנט אפשטעלן דעם פראגראם אין אויסטויש פארן אראפנעמען די לעצטערע יו.ען. סאנקציעס, אבער זענען געווען גרייט צו לאזן דערווייל געוויסע אנדערע סאנקציעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל