די אמעריקאנער-געשטיצטע קורדישע רעבעלן - וועלכע האלטן יעצט אן די לעצטע שלאכטן מיט די רעשטלעך פארבליבענע אייסיס קעמפער - האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו באפרייען ארום דרייסיג פון אירע קעמפער וועלכע זענען פארכאפט געווארן דורך אייסיס און געהאלטן געווארן אין געפענגעניש אין דער שטאט באגוז, דער לעצט פארבליבענער פעסטונג פון אייסיס. די געפאנגענע זענען געפונען געווארן נאכדעם וואס זייערע פארכאפער זענען אנטלאפן אין שאטן פון די כאאס, און עס צייגט ווי אפגעשוואכט די טעראר גרופע איז יעצט, און שטייט ביים שוועל פון גענצליך אויסגעראטן ווערן פון סיריע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה