דער שוידערליכער צאל פון פאטאליטעטן אינעם טעראר אטאקע קעגן א מוסלעמענער מעטשעט אין ניו-זילאנד איז געשטיגן צו 50, נאכדעם וואס נאך עטליכע זענען ליידער אומגעקומען פון די וואונדן. אויסער דעם געפונען זיך נאך 34 אין שפיטאל, 12 פון זיין אין א קריטישן צושטאנד, אריינגערעכנט קליינע קינדער. דער אטאקע האט איינגעהילט ניו-זילאנד אין טרויער און אויפגעשוידערט דעם מוסלעמענער וועלט.

די פרעמיער מיניסטארשע פון ניו-זילאנד האט פארשפראכן צו העלפן די פאמיליעס וואס זענען באטראפן געווארן און צו ברענגען צו יוסטיץ דעם מערדער, און דער פארליאמענט האט באלד דורכגעפירט געזעצן שווערער צו מאכן דעם באזיץ פון אזעלכע טויטליכע וואפן ווי דאס וואס דער מערדער האט גענוצט. אין די זעלבע צייט איז די זיכערהייט אין די מעטשעטן פארשטערקערט געווארן איבער די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט אין ניו יארק וואו אין טייל פעלער האבן שכנים – אריינגערעכנט אידן – זיך אנגעטראגן צו וואכן אויף די מעטשעטן אין די צייט פון די געבעטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל